Call for participation/Appeal letter/yi
ס'איז שווער צו גלייבן, בלויז ווייניקער ווי אַ יאָרצענדלינג צוריק, האט וויקיפּעדיע בכלל נישט עקזיסטירט. איצטערט, טוען שוין 330 מיליאן מענטשן נוצן וויקיפּעדיע יעדען איינציגן חודש, מאכענדיג דאס די וועלט'ס מערסטענס אָפטער גענוצטער אָנליין וויסן רעסורס. הונדערטע טויזנטע וואַלענטורען האָבן געבויט און אויפגעהאלטן די פאַרשידענע וויקימעדיע פּראיעקטן אין משך פון די לעצטע אַכט יאָר.
כאָטש מיר האָבן עררייכט אַ סאך, האָבן מיר נאָך ווייט צו גיין בכדי צו עררייכן אונדזער וויזיע פון אַ וועלט אין וואָס אַיעדער איינציגער מענטש קען פריי זיך טיילן אין די סך הכל פונעם קאלעקטיוון מענטשליכן וויסן. ווי אַזוי קענען מיר בויען אויף אונדזער הצלחה צו בייקומען די שוועריגקייטן וואָס ליגן פאָרויס? ווייניקער ווי א פיפטל פון די וועלט'ס באַפעלקערונג האט צוטריט צו דעם אינטערנעץ. בעת הונדערטע טויזנטע וואַלעַנטירן האָבן טאקע בייגעשטייערט צו וויקימעדיע פּראיעקטן היינט, זענען זיי אבער נישט פארשטעלענד פון די פארשידענארטיגקייט פון דער וועלט. פילע ברירות ליגן פאָראויס ווען מיר אַרבעטן צו בויען אַ וועלט ברייטער באַוועגונג צו באשאפען און זיך טיילן מיט פרייע וויסן.
מיר הייבן אן אַ יאָר-לאַנגער פּראָצעס צו אַנטוויקעלן אַ סטראַטעגישער פּלאַן פֿאַר די וויקימעדיע באַוועגונג. ספעציעל, ווילן מיר פֿאַרשטיין:
- ווי זייַנען מיר איצט?
- ווי ווילן מיר זיין אין פינף יאָר?
- ווי אַזוי גייען מיר פֿון דאָ צו דאָרטן?
העלף אונדז אויסגעפֿינען די ענטפֿערס צו די פאלגענדע פֿראגן. פארש זיי, ברעך זיי אַראָפּ אין קלענערע חלקים, פאַרטראַכט זיך אין וואס זיי טוען מיינען פֿאַר אונדזער וויזיע און אונדזערע ווערדן. דאָ זענען פינף וועגן וויאזוי איר קענט העלפֿן:
- נעמט אנטייל אין אַ טאסק פארס. מיר ארגאניזירן אַרבעטס גרופעס וואָס טוען אויספאָרשן פאַרשידענע טעמעס און פּראָדוצירן אַ סכום פון רעקאַמאַנדאציעס בשייַכות צו זיי.אפיליר צו נעמען אנטייל, אָדער פאָרעם אויס אייערע אייגענע אַד-האָק גרופּעס.
- לאזט אונדז וויסן ווי אַזוי איר קענט העלפֿן. אויב איר זענט אַ מבין אין איינע פון די סוביעקטן וואס מיר באהאנדעלן,שליס זיך אן אין אונדזער מבינים דאַטעַבאזע. דאָס וועט ערלויבן 'טאסק פארסעס' און אנדערע וואַלענטורן אייך צו דערגרייכן מיט פֿראגעס, און איר קענט ענטפערן ווען איר האָט צייט.
- פובליקירט אייערע איינפאלן. שרייבט אַ פאָרשלאָג אין די סטראַטעגיע וויקי, און העלף אָרגאַניזירן און פֿאַרבעסערן די פארשלאגן וואָס זענען שוין דאָרט. שטעל ארויף איידיען אויף דיין בלאָג, אויף מיילינג ליסטעס, און אויף סאציאל נעטוואָרקס ווי טוויטטער און פעיסבוק. טעג יענע אַרטיקלען מיט א #וויקימעדיאַ אָדער לינק צו זיי אויף די סטראַטעגיע וויקי אַזוי אַז אנדערע קענען זיי זען.
- האָוסט שמועסן וועגן סטראַטעגיע. כּדי צו אַנטוויקלען גוטע פלענער, דאַרפֿן מיר ברייטע באַטייליקונג. עס איז נישט מעגליך בשום אופן אַז די 'טאסק פארסען' קענען רעדן צו אַלעמען וואָס האט איינפאלן וועגן וויקימעדיעס צוקונפֿט. דאָ איז וווּ איר קענט העלפן: האוסט דיינע אייגענע שמועסן וועגן סטראַטעגיע, פערזענליך אָדער אָנליין, און פובליקיר די רעזולטאַטן אויף די סטראַטעגיע וויקי. עס זענען דא טאמפּלעַטען און מכשירים פֿאַר האָוסטען סטראַטעגיע סעסיעס אין די סטראַטעגיע וויקי.
- רעדט מיט אונדז. געב באַמערקונגען און אפרופונגן צו די סטראַטעגיע טיעם. זאָג אונדז אייערע איידיען, אייערע האפענונגן, אייערע פחדים, אייערע צילן פאר די פראיעקטן. לייג צו אייַערע אפרופינגן צו די סטראַטעגיע וויקי, "אָדער שיק אַ בליצבריוו צו strategywikimedia.org.
אויב איר קענט נישט אנטייל נעמען, וועט איר אפשר נעמען אין באטראכט צו ביישטייערן דורך שטיצן וויקימעדיע? א נדבה וועט גלייך שטיצן אונדזער גלאבאלע פרייע וויסן פראגראמען. מיר דאַרפֿן אויך וואַלאַנטירען צו ביישטייערן צו אונדזערע פראיעקטן, פֿאַרבעסערן אונדזער טעכנאָלאָגיע, און שטיצן אונדזער אַרבעט אין אנדערע וועגען.
דער יאר-הונדערט האט אונדז פארגעשטעלט מיט אַ וואונדערליכע געלעגנהייט צו טראספארמירן אונדזער ציוויליזאַציע, און צו באשאפן גלייכע געלעגענהייטן פֿאַר אַלע מענטש ביינאזאם און צוגלייך. מיר האָפן אז איר קענט אנטייל נעמען מיט אונדז אין אונדזער אַרבעט פון זיך טיילן וויסן מיט יעדער מענטש אויף דעם פּלאַנעט.
אייערס,
מייקל סנאו
פארזיצער, וויקימעדיע פאָונדאַציע
זשימי וועילס
גרינדער פון וויקיפּעדיע און די וויקימעדיע פאָונדאַציע
אימעיל ריספּאַנדער
א גרויסן דאנק פֿאַרן אונז אימעיל'ן די וויקימעדיאַ פאָונדאַציע'ס סטראַטעגיע אַנטוויקלונג טיעם. אייער אימעיל האבן מיר ערהאלטן און וועט ווערן געלייענט ווי אמשנעלטסן וואס איז מעגלעך. מיר וועלן זיך באַלד פארבינדן מיט יחידים אויסגעוועלט פֿאַר אַ 'טאסק פארס'. איר זענט אויך פריי צו שאַפֿן אַ אייגענער 'טאסק פארס' אויף ניצענדיג די מאַטעריאַל אויף די סטראַטעגיע וויקיפּעדיע (http://strategy.wikimedia.org) צו נאך-באַריכטן אויף צוריק אייערע המצאות און פארשלאגען.
בעסטע ווינטשען, און א דאנק אייך פארן וויליגקייט צו העלפן.
אייערס,
זייט-נאטיץ
- en/English (published)
- העלף אויפבויען די עתיד פון {{SITENAME}} און אירע שוועסטער פראיעקטן! <br /> <a href="http://volunteer.wikimedia.org">ליינט א בריוו</a> פון זשימי וועילס און מייקל סנאו.
טיטול
ליינט א בריוו פון מייקל סנאו און זשימי וועילס.
קנעפל
וואלענטירט איצט